הויפּט זײַט

פֿון IDNwiki

שפרינג צו: נאוויגאציע, זוכן

ברוך־הבא צו דער IDNwiki


אינהאַלט

די עוואַלואַציע פֿון בײַשפּיל.טעסט

ברוך הבא צו דעם אָפּשאַצונג שטח פֿון בײַשפּיל.טעסט, איינעם פֿון די נײַע IDNs (אינטערנאַציאָנאַלער „דאָמיין‟ נאָמען). די פּרוּוונג IDNs, וועלכע רעפּרעזענטירן דעם נאָמען example.test אין עלף פֿאַרשידענע שפּראַכן, זיינען אַלע פֿאַר דעם IDNwiki פֿון ICANN. דאָס הייסט אַז אַרײַנשרײַבנדיק דעם IDN אין אייער בראַוזער אָדער מאַכנדיק קליק אויף אַן IDN פֿאַרבינדונג, זענט איר אָנגעקומען צו דעם דאָזיקן עוואַלואַציע שטח. מיר באַגרוסן אײַך פֿאַר דעם וואָס איר זענט אָנגעקומען צו דעם שטח אויף ייִדיש!

עס זיינען דאָ עטליכע אופֿנים אָנצוקומען צו די פֿאַרבינדונגען צו דעם אַרטיקל, און דאָס הייסט אַז עס זיינען דאָ עטליכע מעגליכע וועגן דורך וועלכע איר זענט דאָ אָנגגעקומען. עס איז ניט נויטיק אײַער בראַוזער זאָל פֿול שטיצן די IDN כדי אָנצוקומען צו דער זייט, אָדער כדי איר זאלט קענען אָנטיילנעמען. צום בײַשפּיל, איר קענט אויספּרוּוון אײַער אײַגענע אַרבעטס סביבה מיט די פֿאַרבינדונגען דאָ ווײַטער; זיי פֿירן אַלע צוריק צו דער דאָזיקער זײַט. אַן אַנדערע מעגליכע פּראָבע איז אַרײַנשרײַבן אָדער קאָפּירן און קלעבן דעם IDN דירעקט צו דער אַדרעס שורה פֿון אײַער בראַוזער. דאָס וועט אײַך פֿירן צו דער זײַט נאָר אויב אײַער בראַוזער האָט פֿולע שטיצע פֿאַר IDN.

אַ חוץ די דאָזיקע IDN, קען מען אויך אָנקומען צו דער זײַט מיט דעם נאָמען וואָס באַנוצט נאָר לאַטײַנישע אותיות: http://yi.idn.icann.org. די לעצטע פֿאָרמע איז, פֿאַר אַלעמען, פֿאַר באַנוצער וואָס קענען ניט די ייִדישע אותיות אָדער האָבן ניט קיין צוטריט צו סאָפֿטווער וואָס פֿאַרשטייט IDN נעמען. (מער וועגן דעם עניין אין אַרטיקל וועגן גרונטקאָנצעפּטן.)

עס איז וויכטיק איר זאָלט אָנטיילנעמען

מיר רופֿן אײַך אָנטיילצונעמנן אין דער עוואַלואַציע באַשרײַבנדיק ווי אַזוי עס איז אײַך געגאַנגען מיט דעם נאָמען בײַשפּיל.טעסט און די דינסטן וועלכע ווערן פֿאַר אים צוגעשטעלט אויף דעם IDNwiki. עס איז דאָ אַ באַזונדערער דיסקוסיע בלאַט פאַר יעדער אַרטיקל; מען קומט צו אים אָן דורך דעם קוויטל "שמועס". אײַערע קאָמענטאַרן זיינען וויכטיק כדי צו פּלאַנעווען און אויסצופֿירן די לעצטע שריט צו דעם דעלעגירן פֿון IDN „טאָפּ־לעוול־דאָמיינס‟.

וואָס אויסצופּרוּוון

דאָס ערשטע וואָס איר קענט טאָן כדי אָנטיילצונעמען אין די עוואַלואַציע פּרוּוונגען, איז אויספּרוּוון ווי אַזוי אײַער אײַגענער אַרבעטסגעביט פֿירט זיך אויף.

  • אין אײַער בראַוזער – אַרבעטן אַלע IDN פאַרבינדונגען?
  • זעען די IDN אויס אַזוי ווי איר דערוואַרט אין די אַדרעס און סטאַטוס שורות פֿון אײַער בראַוזער?
  • שיקט אײַער ע-פּאָסט פּראָגראַם ריכטיק איבער די IDN URL אויב איר שרײַבט זיי אַרײַן, אָדער קאָפּירט און קלעבט (און דאַן שיקט) זיי אין דעם טעקסט אָדער אין טיטל פֿון אַן ע-פּאָסט מעלדונג?
  • אויב איר שרײַבט אָדער קאָפּירט אַן IDN URL אין אַן אַנדער אַפּליקאַציע וואָס איר באַנוצט, דאַן ווי אַזוי נעמט זיך אויף די IDN? (צום בײַשפּיל: אויב אײַער וואָרטבאַאַרבעטער מאַכט פֿון אַן URL אַ פֿאַרבינדונג אויף וועלכער מען קען מאַכן קליק – פֿונקציאָנירט זי ווי מען דאַרף און ווערן זיי קאָרעקט אָפּגעהיט אויב מען שיקט זיי ווײַטער צו אַן אַנדערער אַפּליקאַציע?
  • האָט איר אויסגעפּרוּווט אַלטערנאַטיוועס (צ"ב, אַנדערע בראַוזערס) צו דעם סאָפֿטווער צו וועלכן איר זײַט צוגעוווֹינט?


פֿאַרגעסט ניט צו מעלדן וועגן די רעזולטאַטן!


  • זיינען זיי געווען ווי איר האָט דערוואַרט?
  • זיינען געווען פּראָבלעמען וועלכע איז זײַט ניט מצליח געווען צו לייזן?
  • קען מען פֿאַרבעסערן די עוואַלואַציע פֿונקציע?

מער אינפֿאָרמאַציע

דער פֿולער URL פֿון דער ייִדישער הויפּט זײַט, און יעדער איינער פֿון די אַנדערע אַרטיקלען וועלכע ווערן פּרעזענטירט אין די שפּראַכן םון example.test, אַנטהאַלט אַ „שטעג‟ אָנווײַזער נאָך דעם IDN אָפּגעטיילט דורך אַ „/‟, ווי צ"ב בײַספּיל.טעסט/אבגד/. דער שטעג וועט זיך ווײַזן אין דער אַדרעס שורה פֿון אײַער בראַוזער, סיי אַלס אַ לעזבאַרער טעקסט אָדער ווי אַן אומפֿאַרשטענדליכע סעריע פֿון "%cc" אותיות. דאָס איז אַן אַנדערע וויכטיקע זײַט פֿון אינטערנאַציאָנאַליזאַציע אָבער, כאָטש זי האָט אַ סך צו טאָן מיט די IDN, איז זי ניט אין תחום פֿון דער עוואַלואַציע פֿון די TLDs. עס איז אָבער קלאָר אַז דאָס איז טייל פֿון ווי אַזוי עס זעט זיך דער מאַטעריאַל פֿון דעם IDNwiki און עס איז גוט איר זאָלט וועגן דעם קאָמענטירן.